41. אָנהײב

ס: תּחילתדיקײט, ערשטיקײט, אָריגינעלקײט אאַז״װ ~>אַדי ; אָנהײב, אָנהײבנס, התּחלה, התּחלת-הספֿר, אָנפֿאַנג; פּאָטשאַטיק, פּאָטשאָנטיק; אַלף, אַלפֿאַ, אַבעצע, אַלף־בית, מבֿוא, רישא, ראָשי״פּרקים, עלעמענט, רודימענט; ^אורשפּרונג, פֿונװאַנען ~>101; קנאָספּ, געבורט.

עפֿענונג, ^דערעפֿענונג, אַרײַנטריט, אַרױסטריט, אױפֿטריט; אינױגוראַציע; איניציאַטיװ; ערשטער בליק, פֿלוג; ערשטערפּרוּװ, ^ערשטער פֿאַרזוך, ערשטער טראָט, ערשטער אַרײַנפֿאָר, ערשטער אַרױספֿאָר, ערשטער אױפֿטריט, דעביוט.
אָנהײבער, אָנפֿאַנגער, מתחיל, פֿריץ; צניף, מלוּפּמ-קינד~>360; ערשטער, יניציאַטאָר, אױפֿטוער, מחדש~>328; פּיאָניר, ^פּיאָנער, חלוץ; דעביוטאַנט.

װ: אָנהײבן, באַגינען [אַרכ], אָנפֿאַנגען, מתחיל זײַן, ן עמען (נעמען זיך, לאָזן זיך, גײן) עפּעס טאָן; אָנהײבן פֿון אָנהײב (פֿון אַלף-בית, פֿון בראשית, פֿון מה־טובֿו, פֿון ברוך-שאָמר); מאַכן אַן אָנהײב, אַ (^אַן) התחלה,דעם ערשטן טראָט אאַז״װ ~>ס; נעמען די איניציאַטיװ; אָנהײבן אױף ס׳נײַ, איבערקערן אַ נײַ בלאַט, זײַן דער ערשטער, דער איניציאַטאָר אאַז״װ ~>ס; לײגן דעם פֿונדאַמענט (דעם ערשטן שטײן); עפֿענען; ברעכן דאָס אײַז, ברעכן גרונט; אױפֿהײבן דעם פֿאַרהאַנג; אינױגורירן; האַלטן בײַם אָנהײב (בײַ פּיעטריקאָװ, בײַ מה־טוֹבֿו, בײַ אָחד מי יודע); האַלטן פֿון פֿאָרנט.

אַדי: תּחילתדיק, התּחלהדיק, ערשטיק, עלעמענטאַר, רודימענטאַר, ^אורשפּרינגלעך, פּרימיטיװ, אָריגינעל; אָנהײבעריש, אָנפֿאַנגעריש אאַז״װ ~>ס.

אינװ: ערשט; ס׳ערשטע; ערשטנס; צוערשט; צום (אַלעמ) ערשטן; לער ערשטנס; אײן מאָל; דאָס איז אײן מאָל אַװעק.

ראשית; ראשיס-דבֿר, ראשית-כּל; ראשית-חכמה; תּחילת; לכתּחילה; מעיקרא; אין אָנהײב; אין אָנפֿאַנג; אין דער התחלה; אױפֿן ערשטן קוק; אין פֿלוג; לכאוֹרה; פֿון געבױרן (אָן); ף ון געבורט; פֿון געבױרנהײט (אָן); פֿון מוטערלײַב (אָן); מבטן אמו; מבטן ומלידה; אין די װיקעלעך.

שפּר: כּל התחלות קשות; יעדער אָנפֿאַנג איז שװער (און גרינג נאַכהער); אַ גוטע התחלה איז (שױן) אַ האַלבע אַרבעט; אַ שלעכטע התחלה ברענגט צו אַ מפּלה (צו אַ בײזן סוף); אַז די ערשטע שוּרה איז קרום געשריבן, טױג דער גאַנצער בריװ אױף כּפּרות; די ערשטע פֿלױמען זײַנען װערעמדיק; װער עס זאָגט אַלף, מוז זאָגן בית; װער עס זאָגט אַ, מוז אױך זאָגן בע.

זען אױך: פֿאַרדעמקײט 39, סיבה 101, פֿאָרנטקײט 145, אױסגעפֿין 328, צוגעגרײטקײט 398


Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

w

Connecting to %s