4. אומממשות, גײַסט

ס: אומממשותדיקײט, אוממאַטעריעלקײט, גײסטיקײט אאַז״װ ~>אַדי; אױסקעפּערונג, פֿאַרגײַסטיקונג; התפּשטות הגשמיות; אומסובסטאַנציאַליטעט, אַבסטראַקציע.

לופֿט, עטער, זײפֿנבלאָז, פֿאַראַיאָריקער שנײ, שאָטן, חלום אאַז״װ ~>2; עוּרבֿא פּרח, חלום יעוף, עפֿר ואפֿר, אַש און שטױב, תּוֹהו ובֿוֹהו.

ואממאַטעריאַליטעט, אימאַטעריאַליטעט, אצילות; רוּחניות, גראָכװיניעס [שפּ]; עולם הדימיון, עוֹלם העליון.

נשמה, זעל, זײל, נשמה יתרה, נשמתין ערטילאין; פּסיכע, פּנעװמע, פּערזענלעכקײט, ^פּערזאָנאַליטעט, אינדיװידואַליטעט; איך, צװײטער איך, איבעראיך; אונטערװיסיקער (אומװיסיקער, אונטערבאַװוּסטזיניקער, אומבאַװוּסטזיניקער, פֿאַרבאָרגענער, פֿאַרהױלעער, העכערער) איך; עגאָ, סופּערעגאָ, אַלטער עגאָ; גײַסט דערשײַנונג, פֿאַנטאַזמע, אַסטראַלער קערפּער.

װ: ניט האָבן קײן ממשות, קײן אָנהאַלט, קײן האַפֿט; זײַן אָן אַ יסוד, אָן אַ באַזע, אָן אַ פֿונדאַמענט.

[פֿאַרגלײַכונגען] ה אָבן אַ ממשות װי דער גוֹייִשער גאָט, װי די גױיִשע אַמוּנה (נאמנה); האָבן אַ האַפֿט װי אַ פֿײַף גון אַ ניסל, װי אַ בלאָז פֿון אַ דודע, װי אַ מעשׂה מיט אַ ציגעלע אַ װײַסע, װי אַ קינדס טרער, װי אַ זיפֿץ פֿון אַן אַלטער ייִדענע, װי טרײַנעס מציאה.

ױאסקערפּערן, פֿאַרגײַסטיקן.

אַדי: אומממשותדיק, אָנממשותדיק, אומסובסטאַנזיעל, אַבסטראַקט, שאָטנדיק, סוביעקטיװ, אוממאַטעריעל, אימאַטעריעל, אומקערפּערדיק, אָנקערפּערדיק, אַנטיפֿיזיש, איבערפֿיזיש, סופּערפֿיזיש, מעטאַפֿיזיש, גײַסטיק, פּסיכיש, פּערזאָנעל, איבערערדיש, איבערנאַטירלעך, ניט-ערדיש, אַסאָמאַטיש.

שפּר: די נשמה ליגט טיף; די אױגן זײַנען דער שפּיגל פֿון דער נשמה.

זען אױך: ניט-זײַן 2, אומהאַפֿטיקײט 209, אינטעלעקט 308, פֿאַנטאַזיע 346, אומװיכטיקײט 414.


One thought on “4. אומממשות, גײַסט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s